Letter Written After The War
ב“ה ג‘ א‘ ניסן תש“ו שאנגהאי.
*** 9/4, 1946
טייערסטער ברודער אלי‘!
דיין אידישען בריוו פון דעם 5/3 האב איך ערהאלטען טראץ דעם וואס מען איז שוין היינט אויף אלעס צוגעוואוינט זאגאר אויף דאס שרעקליכסטע, האט דיין בריוו מיר פולשטענדיג צו וועהטאגט און צובראכען און איך האב דיר גלייך ניט געקנעט ענפערין אויף דעיין בריוו איך האב געמוזט אפווארטין אייניגע טעג אמער נאך יעצט בלוטיגט און וועהטאגט אין מיר מיין הארץ און עס איז מיר שווער צו שרייבען, אין דעם גרויסען אקט פון “קידוש השם” האבען מיר אגרויסין צושטייער געגעבין אונזער גרויסע און טייערע פאמיליע אויך בעזונדער וויינט אין מיר מיין הארץ און איך קען זיך ניט בערוהיגען אוף אונזער לעצטען קרבן אונזער טייער ברודער אברהם וועלכער האט אזוי פיעל שרעקליכעס און גרויזאמעס דורכגעמאכט און ענדליך אזוי טראגיש אומגעקומען אויף “קידוש השם“.
צו טיעף איז דער שמערץ צו גרויס איז די אבידה מען זאל קענען געפינען ווערטער פון טרייסט.
טייערער אלינקע געבליבען זענען מיר איינציג און אליין פון אונזערא ברידער און שוועסטער מיר מועזן זיך שטארקען און בעטין זיך ביים בורא עולם ער זאל אונז טרייסטין און הילין די וואונד אינ‘ם הארצען, דו בינסט יעצט פאר מיר אלעס, איינער אין דעם צווייטען דארף געפינען דעם טרייסט פון אינזער גאנצע אומפארגעסליכע פאמיליע. איך וועל נאטירלעך טאהן אלעס בעז“ה מיר זאלין זיין צוזאמען השי“ת זאל העלפען איך זאל דאס קענען וואס שנעלער פערווירקליכען.
גלייך ווי איך האב ערהאלטען דעם ערשטען נאכריכט פון דיר דורך ה‘ ברעגמאן האב איך גלייך געשריבען צו מיינעם א תלמיד אין אמעריקע ער זאל דיר שיקען הילף איך האב שוין באקומען פון איהם בריוו אז זיין מוטער האט דיר געשיקט אייניגע פעקלעך פון זאכען און שפייז, ווי אויך ער זעלבסט הא דיר געשיקט צוויי פסח‘דיגע פאקעטען אלעס איז געווארען געשיקט קיין לאדזש אויף ראדמיעסקא 46, איך בין בעזארגט צו דו האסט ערהאלטען ווייל דו האסט דאך גיביטען דעם אדרעס, יעדענפאלס אויב דו האסט ערהאלטען זאלסטו זיי שרייבען דאנק בריוו, ווי אויך קענסטו צו זיי וועגען אלעס נויטיגעס זיך ווענדען, זיי זענען זעלטענע גוטע מענטשען און זיי זיינען פאר אונז זייער איבערגעגעבען, זעלבסטפערשטענדליך אויך איך וועל צו זיי שרייבען וועגען דיר און בעטען זיי זאלין דיר שיקען אלעס נויטיגעס.
גלייך ווי איך האב ערהאלטען דיין בריוו דאס הייסט דעם 5/3 האב איך דיר געשיקט אטעלעגראמע קיין ווארשא אנגעבענדיג דעם אדרעס פון מיין תלמיד אין אמעריקא דו זאלסט איהם שרייבען די איינצעלהייטען פון וועלכען יאהר דו בינסט געבוירען און זיך ***כאן חסרה שורה*** פון דיין געבורט, איך שרייב אויך צו איהם וועגען דעם ער זאל טאהן אלעס מעגליכס פאר דיר, שרייב אויך גלייך צו מיר דיין געבורסט דאטע, אויב דו האסט ניט בעקומען די פעקלעך זאלסטו זיך גלייך אינפארמירען אין לאדז אויף דיין אלטען אדרעס, און מיר אויך מיטטיאען וועגען דעם.
טייערסטער אלי‘, איך בין אויך שטארק בעזארגט וועגען דין געזונד צו שטאנד דו שרייבסט מיר איבערהויפט ניט וועגען דעם, די פאטאגראפיע האב איך ערהאלטען אבער פון קיין בילד קען מען ניט וויסען, איך האב אויך שטארק עגמת נפש וואס דו בינסט געבליבען אליין און ניט געטאהן דאס זעלבע וואס דיינע בעקאנטע און ניימאן לויט מיין מייענונג דארפסטו טאהן אלעס דאס זעלבע וואס ויס האט געטאהן און טהוט ניימאן, יעדענפאלס זאלסט גלייך שרייבען אלעס וועגען דיר ווי דו פיהלסט זיך אין געזונד און וואס דו טהוסט, פונוואנען דו לעבסט א.ד.ג. איך בעט דיר טייערער טראץ דעם עס איז מיר זייער שווער צו אויפפררישען די אלטע נאך ניט פערגעסענע און פערהעלטע וואונדען, אבער ווי ביטער דער טראפין זאל ניט זיין מוז מען איהם טרינקען ביז ענדע, איך וואלט זייער וועלען וויסען מעהר איינצעלהייטען וועגן דיינע איבערלעבונג, ווי אויך מעהר פרטים וועגען דעם אומקום פון אונזערע עלטערען און ברידער און שוועסטער, צו איז דער פאטער ז“ל געשטראבען אויפן קראנקען בעט ד“ה נאטורליך און געקומען כאטש צו קבר ישראל, און וואס איז געשעהן גענוי מיט די איבריגע, צו איז דאס גענוי דער ***כמה מלים מחוקות*** טאג דער 22/7, צו זיינען גע??הן אלע צוזאמען די מוטער ע“ה און שוועסטער און ברידער ווי אויך צו האט נאך געלעבט די באבען מיט זיידען, אויב דו ווייסט שרייב מיר גענוי זייער יאהרצייט. מיר איז זייער וויכטיג צו וויסין דעם יאהרצייט פון יעדען בעזונדער, שרייב מיר אויך דעם יאהרצייט פון אונזער ברודער אברהם ע“ה, זאלסט שרייבען אפט ווייל ניט אלע בריו קומען אהן פילייכט וועט זיך עפעס דורכרייסען, דיין פאריגען פוילישען בריוו האב נאך ניט ערהאלטען, איך האב דיר אויך פיעל בריוו געשריבין דורך ארץ ישראל און אמעריקע און שווייץ ווי אויך דירעקט קיין פוילען וועלכען בריוו מיינעם דו האסט ערהאלטען ווייס איך ניט.
זאלסט שרייבען דירעקט קיין שאנכיי און בעזונדער אויך דורך אמעריקא און ארץ ישראל אויף די אדרעסען וועלכע איך וועל דיר שרייבן דעם ענדע בריוו.
איך אין נחמה זיינען מיר ב“ה געזונד די מלחמה יאהרען האבען מיר דורכגעמאכט אלס פלטים אין שאנכיי מיר זיינען ב“ה אפגעקומען בלויז מיט שרעק, עס זיינען דא דא ארום 20 טויזענד פלטים פון דייטשלאנד און ארום טוייזענט פולישע פלטים, צווישען זיי ארום 500 ישיבה בחורים און רבנים, שוין מעהר ווי צוויי מאנאט וויר מיר האבען בעקומען א וויזע קיין קאנאדע, אבער עס איז פארלויפיג שוועריקייטען מיט שיפען, אבער מיר האפען די לאגע וועט זיך ענדערין און מיר וועלען בע“ה אפפארען, יעדענפאלס זאלסטו זיך פאסטענדגין מיט מיין תלמיד אין אמעריקע און נאכפאלגין דעם וועג פון ניימאן, איך וועל דיר שרייבען זייערע אדרעסען, אדער דו קענסט זיך בעמיהען צו פארין קיין ארץ ישראל.
עס מוז נאך נעמען צייט ביז איך וועל דיר קענען בראנגען צו מיר, מען מוז האבען געדולד איך האף צו השי“ת אז מיר וועלען זיך פעראייניגען און לעבען צוזאמען, זעלבסט פערשטענדליך קיין זאך וועט פאר מיר ניט זיין צו שווער צו דערגרייכען דעם ציעל. עס קען נאך אויך זיין אז פון קאנאדע וועלען מיר אי“ה פארען קיין ארץ ישראל.
עס איז מיר אויך א וואונדער וואס דו דערמאנסט ניט וועגען אונזער קוזינע פריידע יעלען, איך האב איהר געפונען אויף א ליסטע פון לעבען געבליבענע אין ווארשא, ווי אויך האט מען מיר מיטגעטיילט אז אין לאדזשער אידישע צייטונג איז געשטאנען אז זי זוכט מיר איך גלייב אז פאר די טראגישע געשעהעניש האט זי זיך געמוזט געפינען ביי אונז אין מארד, ווייל אין בריוו פון רויטען קרייץ איז געוועהן פון איהר צוגעשריבען אגרוס. יעדענפאלס שרייב איך דיר איהר אדרעס פון ווארשא און זוך איהר אפ. גיב איהר איבער אגרוס פון מיר, איך האב איהר שוין געשריבען אפאר בריוו איך וועל אי“ה טאהן אלעס איהר צו העלפען, זאלסט שרייבען וואס זי מאכט אין געזונד און אלעס וואס מיט איהר האן פאסירט, און וואס עס איז געשעהן מיט איהרע עלטערען און ברודער, זאל זי שרייבען אלעס וואס זי נויטיקט דיך און איך וועל זעהן אלעס טוהן פאר איהר, האלט זיך ביידע צוזאמען און העלפט איינער דעם צווייטען. שרייב מיר אויך ווער עס האט זיך געראטעוועט פון די מארדער און וואו זיי געפינען זיך היינט.
דער אדרעס פון קוזינע פריידע יעלען: AAAA
דער אדרעס פון מיין תלמיד אין אמעריקא: AAAA
קיין ארץ ישראל קענסטו שרייבין אויף דעם אדרעס: AAA
איך בעט דיר נאכאמאל זאלסט שרייבען אפט ניט ווארטינדיג אויף מיין ענטפער, און זאלסט שרייבען אלעס גענוי וועגען דיר און ענטפערען מיר אויף אלע מיינע פראגען, איך בעט דיר אויך אלי‘נקע טייערער זאלסט זיך אפזוכען און דערנעהנטערן זיך צו אפרומע סביבה איך שטעל זיך פאר אז ויס איז גאנץ שווער צו געפינען, פארגעס ניט טייערער אז אונזערע עלטערען האבען זיך אגאנצען לעבען מוסר נפש געוועהן צו ערציהען די קינדער אין אידישען וועג, אונזער שטוב איז געוועהן פון די שענסטע הייזער פון שטעטעל, דאס איז דער איינציגער נחת רוח *** שורה מחוקה ***לאגע עס איז אלעס פערבונדען מיט שוועריקייט און גרויסע נסיונות, אבער שטארק זיך השי“ת וועט דיר העלפען דו וועסט אויך פון דין יעצטיגע צרות אויסגעלייזט ווערען און מיר וועלען זיך אי“ה בקרוב זעהן צוזאמען. אומבעדינגט זאלסטו אפזיכען די קוזינע און העלפען איהר מין אלעס מעגליכס, און טראכטען צו טאהן דאס זעלבע וואס ניימאן. פילייכט באמיהט זיך ביידע אפצוזוכען דעם פעטער שמואל יעלען ער איז די מאמעס א ברודער, פאר דעם קריג האט ער געוואוינט אין פאריז, פילייכט לעבט ער און וועט אייך קענען העלפען.
מיינע הארציגסטע וואונשען און הייסע קושין דיין איבערגעגעבינער ברודער
שמואל דוד ווארשאווטשיק.
קענסט זיך פילייכט נעכפרעגען אויף ר‘ דוד מאנדעלבוים ער דארף זיך געפינען אין פראגע גיב איהם איבער אגרוס פון זיינע צוויי זין וועלכע געפונען זיך דא. און שרייב מיר וועגען איהם.
ווי אויך זוך פילייכט אפ ליבל בינענפעלד פון שעראקע גאס אין פראגע, און גיב איהם איבער א גרוס פון לייבל ואסערצוג, אינפארמיר זיך ביי איהם אויף דעם גורל פון זיין .פאמיליע. ד.ז
מיין טייערסטער און ליביטער ברודער אליהו. היינט ווייס איך ניט פון וואס מען פאנגט און נאר איין כלל ווייס איך אין דער וועלט ווען מען טריקנט זיך חאפט מען זיך אן א שטרוי אבי נור זיך צו האלטן בכדי לעבען צו בלייבן. פיר לעבין צאלט מען זיער טייער, יוע מיין טייער ליבער ברודער! מיר האבין אלע פיר אונזער לעבען גאנץ טייער באצלט אפגיגעבן דאס הייליגסע אונד טייערסטע וואס מיר האבן פערמאגט וועלכע וועלען זיך שוין אייביג אייביג ניט צוריקערן… אויך איך בין פון די גליקליכע וואס בין ניט ממער ווי ביי איין ברודער געבליבן און ער איז נאך אויך אין רוסלאנד איך וויל מער פון די בלוטיגע וואונדען ניט בארירען איך ווענדע זיך צו דיר מיט שוועסטערליכע ליבע און איבערגבענהייט דו זאלס למ“ה זיך שטארקען און מוטיקען זיך היטען דאס גיזונט דו ביסט איינזאם עס איז ניטא ווער עס זאל אויף דיר אויפאסען דער עוויגער וועט נאך העלפן אז מיר וועלן זיך נאך זעהן פנים אל פנים דו ביסט יונג דו דארפסט בויען דיין פאטערס פרישע הויז
.היט דיין גיזונט איך לעב זייער אבער פיל וואס איך הא דיר ניט העלפען פון ???? קען מיך גיזונט מאכען
.שמואל האט שיין זיך געמיט וועגען דיר אין אמעריקא
.איך פערענדיג פערבלייב גיזינט אין מיר זאלן הערען פון דיר גוטע בשורות דיין נחמה
HEBREW TRANSLATION
ב“ה ג‘ א‘ ניסן תש“ו שאנגהאי.
*** 9/4, 1946
אלי‘ אחי היקר!
מכתבך באידיש מ-5/3 קבלתי, למרות שהיום כבר התרגלנו לכל דבר גם לנורא ביותר, מכתבך הכאיב לי מאוד ושבר אותי ולא יכולתי לענות לך מיד על מכתבך, הייתי מוכרח להמתין כמה ימים, ועדיין כעת מדמם וכואב בי הלב, וקשה לי לכתוב.
במעשה הזה של קידוש השם נתנו חלק גדול, משפחתנו הגדולה והיקרה. במיוחד בוכה בי לבי ואיני יכול להרגע על הקרבן האחרון שלנו, אחינו אברהם, שכה הרבה סבל קשות ונוראות ובסוף נהרג באופן טראגי על קידוש השם.
יותר מדי עמוק הוא הכאב, יותר מדי גדולה האבידה, שנוכל למצוא מלים להתנחם.
אלינקע היקר, נשארנו אנחנו יחידים ובודדים מאחינו ואחיותינו. חייבים אנחנו להתחזק ולבקש מבורא עולם שינחמנו וירפא את הפצע שבלב. עכשיו אתה בשבילי הכל. אחד בשני אנחנו צריכים למצוא נחמה על המשפחה הבלתי נשכחת. באופן טבעי אעשה הכל בעז“ה שנוכל להיות ביחד. השי“ת יעזור שאוכל לבצע במהירות.
מיד כשקבלתי את ההודעה אודותיך דרך ה‘ ברעגמאן, כתבתי תיכף לתלמיד שלי באמריקה, שישלח לך עזרה. כבר קבלתי ממנו מכתב שאמו שלחה לך כמה חבילות של חפצים ומזון, וכן גם הוא שלח לך שתי חבילות של פסח. הכל נשלח ללאדז‘ לכתובת ראדמיעסקא 46. אני מודאג האם קבלת אותם כי החלפת כתובת. בכל אופן אם קבלת כתוב להם מכתב תודה. כמו כן יכול אתה לפנות אליהם אודות כל הנחוץ לך. הם אנשים טובים נדירים ומסורים לנו מאד. מובן גם שאני אכתוב להם אודותיך ואבקש שישלחו לך כל הנחוץ.
מיד שקבלתי את המכתב מ5/3 שלחתי לך מברק לוורשה למסור את הכתובת של התלמיד באמריקה שתכתוב לו פרטים על שנת הלידה שלך **** של לידתך אני כותב אליו שיעשה כל האפשרי בשבילך, כתוב גם אלי את תאריך הלידה שלך. אם לא קבלת את החבילות תתעניין מיד בלאדז בכתובת הישנה שלך, ותודיע לי אודות זה.
אלי‘ היקר. אני גם מודאג מאד בנוגע למצב הבריאות שלך, אתה לא כותב לי על זה מאומה. את התצלום קבלתי אבל מתמונה אי אפשר לדעת. יש לי עגמת נפש קשה שנשארת לבד ולא עשית מה שעשו מכריך וניימאן. לדעתי אתה צריך לעשות מה שויס עשה ומה שעושה ניימאן. בכל אופן כתוב מיד הכל איך אתה מרגיש איך הבריאות ומה אתה עושה, ממה אתה חי וכדומה.
אני מבקש ממך יקירי, למרות שקשה לי לרענן את הפצעים הישנים הבלתי נשכחים שלא נרפאו, אבל כמה שהטפות תהיינה מרות מוכרחים לשתות אותם עד הסוף. מאד הייתי רוצה לדעת יותר פרטים על קורותיך. כמו גם פרטים על מותם של הורינו אחינו ואחיותנו. האם האבא ז“ל מת על מיתת חוליו זאת אומרת טבעי ובא לפחות לקבר ישראל, ומה אירע בדיוק עם הנותרים. האם זה *** היום 22/7, האם ??? ביחד האמא ע“ה והאחיות והאחים כמו גם אם חיו עדיין הסבתא והסבא. אם אתה יודע כתוב לי בדיוק את היאהרצייט שלהם. מאוד נחוץ לי לדעת את היאהרצייט של כל אחד לחוד. כתוב לי גם את היאהרצייט של אבינו אברהם ע“ה. כתב לעתים קרובות כי לא כל המכתבים מגיעים, לפחות משהו שיצליח לעבור. את המכתב הקודם בפולנית לא קבלתי עדין. גם אני כתבתי לך הרבה מכתבים דרך ארץ ישראל ואמריקה ושווייץ כמו כן גם ישיר לפולין, איזה מהמכתבים ששלחתי קבלת איני יודע.
כתוב ישירות לשאנכיי, ובמיוחד דרך אמריקה וארץ ישראל על הכתובות שאכתוב לך בסוף המכתב.
אני ונחמה ב“ה בריאים. את שנות המלחמה עברנו כפלטים בשנכיי, סבלנו רק מפחד. יש כאן בערך 20 אלף פלטים מגרמניה, ובערך אלף פלטים פולנים, ביניהם בערך 500 בחורים ורבנים. כבר לפני למעלה מחדשיים קבלנו ויזות לקנדה, אבל בינתים יש קשיים באניות, ואנו מקוים שהמצב ישתנה ונסע בע“ה. בכל אופן תיצור קשר עם תלמידי באמריקה ותלך בדרכו של ניימאן. אכתוב לך את כתובותיהם. או אתה יכול להרשות לעצמך ליסוע לארץ ישראל.
חייב לקחת זמן עד שאוכל להביא אותך אלי, חייבים להמתין בסבלנות. אני מקוה להשי“ת שנוכל להתאחד ולחיות ביחד. מובן עם זה ששום דבר לא יהיה לי קשה כדי להשיג מטרה זו. יתכן שמקנדה ניסע לארץ ישראל.
אני מתפלא שאינך מזכיר כלום בנוגע לבת דודתנו פריידע יעלען. מצאתי אותה ברשימה של אלה שנותרו בחיים בוורשה. גם נודעתי כי בעתון האידיש של לודז היה כתוב שהיא מחפשת אותי. אני מאמין שלפני המאורעות הטרגיים היא היתה צריכה להיות אצלנו במארד, כי במכתב של הצלב האדום נוספה דרישת שלום ממנה. בכל אופן אני כותב לך את הכתובת של וורשה ותחפש אותה, מסור לה דרישת שלום ממני, כבר כתבתי לה כמה מכתבים אעשה אי“ה הכל כדי לעזור לה, כתוב מה היא עושה בבריאות וכל מה שאירע אתה, ומה קרה עם הוריה ואחיה, שתכתוב לך כל מה שהיא צריכה ואעשה הכל בשבילה. תהיו ביחד ותעזרו אחת לשני. כתוב מי ניצול מתושבי מארד והיכן הם נמצאים היום.
הכתובת של בת–הדודה פריידע יעלען:
הכתובת של תלמידי באמריקה:
לארץ ישראל תוכל לכתוב לכתובת זו:
אני מבקש שוב שתכתוב לעתים תכופות יותר בלי לחכות לתשובה ממני, ותכתוב הכל בדיוק אודותיך ותענה לי על כל שאלותי. אני מבקש ממך גם אלי‘נקע היקר שתחפש ותתקרב לסביבה דתית אני מתאר לעצמי שקשה למצוא ???. אל תשכח יקירי שאבותינו מסרו נפשם כל ימי חייהם לגדל בנים בדרך היהודית. הבית שלנו היה מהבתים היפים ביותר בעיירתנו, זה כל הנחת רוח *** המצב הכל קשור בקשיים ובנסיונות גדולים, אבל תחזק את עצמך השי“ת יעזור לך ותגאל גם מהצרות של עכשיו ונתראה אי“ה בקרוב ביחד. בבקשה תחפש את בת–הדודה לעזור לה בכל האפשרי, ולחשוב לעשות כמו ניימאן. תתאמצו ביחד לחפש את הדוד שמואל יעלען הוא אח של אמא, לפני המלחמה היה גר בפאריז, כנראה הוא חי ויוכל לעזור.
ברכותי הלבביות ונשיקות חמות אחיך הנשאר
שמואל דוד ווארשאווטשיק
אתה יכול להתעניין על ר‘ דוד מנדלבוים הוא צריך להיות בפראגה, מסור לו דרישת שלום משני בניו הנמצאים פה. וכתוב לי אודותיו.
כמו כן תמצא את ליבל ביננפלד מרחוב שרקה בפראגה, ותמסור לו דרישת שלום מליבל וסרצוג. תתעניין אצלו על גורל משפחתו.
אחי היקר והאהוב אליהו. היום איני יודע מאיפה מתחילים אבל כלל אחד אני יודע שבעולם הזה כשטובעים נתפשים ונאחזים אפילו בקש ובלבד להישאר בחיים. בשביל החיים משלמים ביוקר. כן אחי היקר! כולנו שלמנו די ביוקר בשביל החיים שלנו, החזרנו את הקדוש והיקר שהיה לנו ואשר לעולם לעולם לא יחזרו… גם אני מהמאושרים שנשארו רק עם אח אחד וגם הוא ברוסיה, אני לא רוצה ליגוע בפצעים המדממים, אני פונה אליך באהבת אחות ובמסירות, שתתחזק ותתאמץ למ“ה לשמור על הבריאות, אתה בודד ואין מי שישגיח עליך, השם יעזור שנוכל להתראות פנים אל פנים. אתה צעיר, אתה צריך לבנות את בית אבותיך מחדש.
שמור על הבריאות ????
שמואל כבר התאמץ בשבילך לאמריקה.
אני מסיימת תהיה בריא ונשמע ממך בשורות טובות. שלך נחמה